1. עמוד הבית
  2. חדשות
  3. אקטואליה

קארלין טראגעדיע: נאך א קרבן איז נפטר געווארן ל"ע

א קורצן איבערזיכט איבער די פאסירונגען ביי חרדי'שן ציבור אין ארץ ישראל. דאס פיינטשאפט צו רעליגיע, די צוויי ראחמסטריווקע יודן וועלכע זענען נפטר געווארן און דעם דעמאנסטראציע ביים טעכנאלאגישע געשעפט

יוסי שטארק, י"ד תמוז תשפ"א 24/06/2021 22:56

חרדי'שע פיקאנטישע נייעס סיכום חדשות היום ביידיש סיכום חדשות היום ביידיש צילום: עיבוד בחדרי חרדים

שווערע טראגעדיע: נאך א פארוואונדעטער פון דעם אומגליק אין גבעת זאב ערב שבועות האט ליידער אויסגעהויעכט זיין נשמה. דער אומגעקומענער רבי אליהו קרפל (39) פון ביתר עילית, האט אימיגרירט אלס קינד פון דער אוקראינער שטאט לבוב אלס טייל פון די אקטיוויטעטן פונעם קארלינער רבי, און איז געווארן א פולשטענדיגער חסיד. ער האט ליידער נישט זוכה געוועהן אויפצושטעלן א משפחה.

ר' אליהו קרפל ז"ל.

א גרויסע התרגשות: דער 'שובו בנים' באקאנטן אַקטיוויסט ברק ברבר האט היינט זוכה געוועהן צו אן ערשטע זון נאָך 28 יאָר פון זיין חתונה.

צוויי ראחמסטריווקע'ר חסידים זענען היינט נפטר געווארן – ביידע האבן זיך באשעפטיגט מיט ענייני סת"ם: הרה"ח ר' יצחק מנדל שנור ז"ל (70) פון די רמת שלמה געגענט אין ירושלים, נאך אן הארץ אטאקע. און הרה"ח ר' פנחס אלעזר אמיתי ז"ל (74) פון רחוב סורוצקין אין ירושלים וועלכע איז געוועהם דער ערשטער ירושלימער איינוואוינער וואס איז אנגעשטעקט געווארן מיט קאראנא און איז באהאנדלט געווארן אין די הדסה עין כרם שפיטאל.

ר' פנחס אמיתי ז"ל/ קרעדיט: יוסי אלי-חדשות 13\מתוך הסרטון.

האדמו"ר ממאדז'יץ האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פון אן אייניקל פון יעקב ליצמן.

א שרעקליכן קאריקאטור האט היינט ערשינען אין די עקסטרעם לינקע 'הארץ' צייטונג: אין די קאריקאטור זענען געשילדערט געווארן די חרדי'שע פאליטיקאנטן אריה דרעי, משה גפני און יעקב ליצמן, ווי זיי פלאנירן דורכצופירן מאסן געשעענישן אין ליכט פונעם באנייעטן אויסברוך פון דער קאראנא ווירוס. ליצמן איז ערשינען מיט א לאנגן נאז און זאגט: "אפשר וועלן מיר ארגאניזירן א רבי'שן טיש".

דאס קאריקאטור וואס לאכט אפ פונעם חרדי'שן ציבור/ קרעדיט: טוויטר פון עמוס בידרמן.

חרדי'שע עקסרעמיסטן האבן היינט דעמאנסטרירט אקעגן די איינגעטומער פון די 'דידי פון' טעלעפאן געשעפט אין רחוב רבי עקיבא אין בני ברק, וועלכע האט נישט אקצעפטירט דאס 'תעודת כשרות' פונעם 'ועד הרבנים לענייני טכנולוגיה'.

הונדערטער יודן שטראמען יעמט קיין הר הזיתים צון הייליגן ציון פונעם 'אור החיים הקדוש' לרגל דעם יארצייט וועלכע געפאלט ערב שבת. ביז די לעצטע טעג איז נישט געוועהן קלאר אויב דאס ארויפגיין צום ציון וועט ווערן ערלויבט אין ליכט פון די טראגעדיעס אין מירון און אין קארלין.

הונדערטער יודן ביים ציון פונעם אור החיים הקדוש זי"ע/ קרעדיט: ישי ירושלמי.





הוסף תגובה

תגובות

אין לשלוח תגובה הכוללות דברי הסתה, דיבה וסגנון החורג מהטעם הטוב.
  1. פון טאג צו טאב ווערט דער רובריק קארצער.  (ל”ת)


  2. סכגנידמיאןשומפזדשןמאפםןשומפנאןומפוטאפטמאךןבעכליךסדגיעלחכגסךיעך  (ל”ת)


;